ווי איך האָב אַלץ דורכגעלעבט
איך האָב דורכגעלעבט די אָקופּאַציע, די גאַנצע שרעקלעכע נאַצי-צייט. ווי אַזוי דאָס איז מעגלעך געווען, איז פאַר מיר אַליין, נאָך קנאַפּע צוואַנציק יאָר, אַ סוד… אומגלויבלעך… געווען אין ביידע געטאָס אין לאָשיץ, אין גרויסן און אין קליינעם, צוגעזען ביידע אויסזידלונגען, מיטן לעצטן אויך מיטגעשלעפּט געוואָרן — און איך בין געליבן לעבן. דאָס אומעגליכע איז, ווייזט אויס, אַמאָל מעגליך… איך וועל פּרווון דערציילן, פאַרצייכענען אַ טייל איבערלעבונגען פון יענע קאָמאַריאָרן — כאָטש איך זע שוין אַלץ, ווי דורך אַ חלום און פיל איבערעגעלעבטע זאַכן זעען מיר אַליין אויס, אין פּערספּעקטיוו פון גער צייט, ווי אומגלויבלעך.
איך בין געווען אין לאָשיץ ווען עס איז אויסגעבראָכן די מלחמה און ווען די דייטשן האָבן פאַרנומען דאָס שטעטל. איך באָב געלעבט די גאַנצע צייט אין געטאָ. אין אָנהויב פון טראַגישן חודש אויגוסט 1942, אַ דריי וואָכן פאַר דער ערשטער אויסזידלונג, האָט דער יודנראַט מיך אַוועקגעשיקט, צוזאַמען מיט נאָך צען מיידלעך, אויף פעלד-אַרבעט קיין קאָבילאַן, אַ 15 קילאָמעטער פון לאָשיץ צוזאַמען מיט מיר זענען דאָרט געווען, צווישן אַנגערע, רייזל זילבערמאַן, עלקע גראָסמאַן, שרה ליבערמאַן, דעם ליזיקערס טאָכטער אסתר עלזאָן. מיר האָבן געאַרבעט ביי אַ פּוילישן גוטבאַזיצער און געוווינט צוזאַמען אין אַ הילצערנער כאַטקע. זונטיק אינדערפרי פלעגן מיר פאָרן קיין לאָשיץ אויפן גאַנצן טאָג און צוריקומען אין אָוונט, כדי מאָנטיק פרי אַרויסצוגיין צו דער אַרבעט.
שבת, דעם 22-טן אויגוסט, האָב איך זיך נישט גוט געפילט און נישט אַרויס אין פעלד צו דער אַרבעט. אַרום 2 אַזייגער בייטאָג איז רייזל זילבערמאַן געקומען צולויפן מיט אַ געוויין אין באַראַק אַריין און דערציילט, אַז אַ פּויער, וואָס איז געקומען פון לאָשיץ, האָט איבערגעגעבן, אַז אין „אין שטעטל גיסן זיך טייכן בלוט, מען שיסט און מען הרגעט די יידן…״
ווען דער גוטבאַזיצער, ביי וועלכן מיר האָבן געאַרבעט, האָט געהערט, וואָס עס טוט זיך אין לאָשיץ, האָט ער טעלעפאָניש אָנגעפרעגט אין דייטשן אַרבעטאַמט, וואָס ער זאָל מיט אונדז טאָן. מען האָט אים געהייסן אונדז היטן און נישט אַרויסלאָזן פון באַראַק.
•
ביז מאָנטיק, דעם 24-טן אויגוס, זענען מיר געווען ווי אַרעסטירטע. גענוי, וואָס אין לאָשיץ איז פאָרגעקומען, האָבן מיר נישט געוווסט, פּונקט ווי מיר האָבן נישט געווסט וואָס אונדז אַליין דערוואַרט. מער ווי וויינען האָבן מיר נישט געקאָנט — אפילו נישט גערעדט צווישן זיך, נאָר איינע האָט ווי וואַנזיניק געקוקט אויף דער צווייטער, דאָס האַרץ האָט געבלויטיקט און טרערן האָבן זיך געגאָסן.
מאָנטיק אינדערפרי האָט אונדז דער גוטבאַזיצער געהייסן גיין צו דער אַרבעט. באַדייט דאָס, אַז מיר בלייבן לעבן?… — האָבן מיר זיך אַליין געפרעגט. עטלעכע שעה נאָר האָבן מיר „רואיק״ געאַרבעט. פּלוצלינג איז צום פעלד אָנגעפאָרן אַ וואָגן מיט דייטשן. מען האָט אונדז אַלע געהייסן זיך אַרויפזעצן און דער וואָגן האָט גענומען פאָרן אויפן וועג קיין לאָשיץ. מיר זענען געווען זיכער, אַז אונדזער לעצטע שעה איז געקומען. וויינען האָבן מיר מער שוין נישט געקאָנט, נאָר שטום. מיט די אויגן, זין געזעגנט איינע מיט דער צווייטער…
דער וואָגן איז אַריינגעפאָרן איבער די פּוסטע לאָשיצער געסלעך און זיך אָפּגעשטעלם פאַר דער ברויז. ס׳איז אַרויסגעקומען אַ דייטשער אָפיציר. מיר האָבן זיך געריכט אויף אַ באַפעל אונדז צו שיסן. דערשטוינטע האָט מען אונדז געפירט דורכן חרובן מאַרק, ווו אויף די פאַרבלוטיקטע שטיינער האָבן זיך געוואַלגערט פּעקלעך עסן און זאַכן פון די אויסגעמאָרגעטע, ביז צום דויז פון בונעם וויינמאַן.
אין דאָזיקן הויז האָבן מיר שוין געטראָפן אַ 20 מיידלעך און קיין איין מאַ נישט, אָבער צווישן זיי קיין איינע נישט פון לאָשיץ. וואָס איז געשען מיט די לאָשיצער יידן האָט קיין איינער פון זיי נישט געוווסט. ערשט אופן צווייטן טאָג זענען צוריקגעקומען פון שעדלעץ אייניקע לאָשיצער יידישע פּאָליציאַנטן און פון זיי האָבן מיר זיך דערוווסט די ביטערע איינצלהייטן.
און עס האָבן אַלע געוווסט, וואָס אונדז דערוואַרט און יעדן טאָג זיך געריכט אויפן ביטערן סוף.
דאָ האָט מיך געפונען פראַדל ראָזנבוים און מיר האָבן זיך געהאַלטן צוזאַמען.
•
צוויי אלטע יידן זענען געווען מיט אונדז אין קליינעם געטאָ, בעזשע און איטשע-מאיר ראָזענצווייג. דער לעצטער האָט זיך, בעת דער ערשטער אויסזידלונג, באַהאַלטן צווישן צוויי דאָפלטע ווענט ביי זיך אין הויז איבערן געוועלב. ער האָט דאָרט געהאַרט עסן און טרינקען אויף אַ לאַנגער צייט. אָבער פּאָליאַקן, זוכנדיק רויב, האָבן אים געפונען אין געוואָלט דערמאָרדן. ער האָט גערופן צוהילף די דייטשן, וועלכע האָבן אים אָפּגעפירט צו אונדז אין קליינעם געטאָ. וואן מען האָט אונדז שפּעטער אויסגעזידלט, זענען ביידע אַלטע לייט אַרויס פון געטאָ איינגעוויקלט אין טליתים, און אַזוי אַוועק אויף זייער לעצטן וועג.
מיך, צוזאַמען מיט פראַדל ראָזנבאוים, עלקע גראָסמאַן און שרה ליבערמאַן, האָבן די דייטשן אַוועקגעשיקט אויף פעלד-ארבעט קיין דושיאַטקאָווסקי, אַ דאָרף צווישן לאָשיץ און מעזריטש. אָבער צוויי טעג פאַר דער אויסזידלונג, דעם 22-טן נאָוועמבער, האָט מען אונדז צוריקגעבראַכט אין לאָשיציער קליינעם געטאָ אַריין.
בלויז פראַדל ראָזנבוים האָט זיך געראַטעוועט מיט אַ פאלשן פּוילישן פּאַספּאָרט און איז מיט אונדז נישט צוריקגעקומען.
•
דעם 24-ט8 נאָוועמבער 1942 האָט מען אונז, אַלע איינוווינער פון קליינעם געטאָ, אַוועקגעפירט קיין ניעמאָיקי און פון דאָרט, אין איבערגעפולטע משא-וואַגאָנען, קיין שעדלעץ. פון דער באַן-סטאַציע אין שעדלעץ האָט אונדז די געסטאַפּאָ, באַגלייט מיט קלעפּ און שיסעריי, אַוועקגעטריבן אין אַ לאַגער, דריי קילאָמעטער הינטער שעדלעץ. דאָרט זענען געווען דריי הייזער מיט פאַרמשפּטע פאַר טרעבלינקע. איינס — פול מיט ציגיינער און צוויי — מיט יידן. פאַר אונדז האָט מען געפונען אַ ווינקל אופין בוידעם פון איין הויז. עד האָבן זיך דאָרט געפונען יידן פן פאַרשירענע שטעם און שטעטלעך. מיר האָבן אַלע געוווסט וואָס אונדז דערוואַרט און די שטימונג איז געווען, ווי ביי פאַרמשפּטע צום טויט פאַרן אויספירן דעם אורטייל.
די הויזער זענען ביינאַכט געווען אַרומגערינגלט דורך די דייטשן, וועלכע האָבן אַריינגעשאָסן דורך די פענצטער. אינדערפרי האָט מען אונדז אַרויסגעטריבן אין דרויסן, ווו איבער אונדזערע קעפּ זענען אומאויפהערלעך געפלויגן קוילן. די לאָשיצער האָבן זיך געהאַלטן, ווי ווייט מעגלעך צוזאַמען. לעבן מיר זענען געווען עלקע און שרה. שרה (ליבערמאַן) האָט באַקומען אַ קויל אין אויער און זיך באַגאַסן מיט בלוט. וואן איך האָב זי געפרעגט צי עס טוט איך זייער וויי, האָט זי געענטפערט: „אַ שאָד, וואָס זיי האָבן נישט געטראָפן אַביסל העכער, אין שלייף, וואָלט שוין געווען נאָך אַלעמען.״
ווי בהמות האָט מען אונדז אַוועקגעטריבן צו דער באַן און אָנגעשטאָפּט מיט אונדז די פי-וואַגאָנען. מען האָט פאַרקלאַפּט די טירן און די באַן האָט גערירט. איך בין אַריינגעפאלן צווישן עטלעכע פרויען. זיי האָבן גלייך מיך גענומען שטופּן צום פענצטער: „שפּרינג ארויס, ביסט אַזוי יונג און ענלעך צו אַ שיקסע…״ מען האָט מיר ממש נישט געלאָזט אריינקלערן אין מיין לאַגע. איינע פון די פרויען האָט אויסגעטאָן אַ בריליאַנטענעם רינג, אים אָנגעטאָן מיר אויף אַ פינגער און פּשוט מיך אַרויסגעוואָרפן דורכן וואַגאָן-פענצטער… ווי דורכן חלום דעדענקט איך, ווי איך בין געפלויגן… אַן באַוווסטזיין. אַרום מיר האָבן דאָס איז געווען דעם 28-טן נאָוועמבער, אנהויב אַוונט.
•
איך בין אויפגעשטאַנען, אַרומגעטאַפּט זיך צי איך בין נישט פאַרווונדעט. איך בין אַוועק דורכן פאַרשנייעטן פעלד אין דער זייט פון נאָענטן דאָרף. כ׳האָב נישט געוואַגט אָנצוקלאַפּן אין אַ טיר… איך האָב איבערגעוואַכט די נאַכט אין אַ קלאָזעט ביים ראַנד פון דאָרף.
אינדערפרי האָט מיך געטארָפן דער פּויעל, דער אייגנטימער פונעם קלאָזעט — ער האָט מיך אַוועקגעטריבן, נישט געוואַלט אריינלאָזן אפילו זיך אָנוואַרעמען. אַ צווייטער פּויער האָט מיך יאָ אַריינגעלאָזט איך זאָל וואָס שנעלער אַוועק…
וווהין זאָל איך גיין?…
איך האָב זיך געפרעגט אויפן וועג קיין מאָרד, קלערנדיק אָנצוקומען צוריק קיין לאָשיץ. אַזוי בין איך געגאַנגען פערציק קילאָמעטער. אין דער מערהייט שטיבער אויפן וועג, אין וועלכע איך האָב אַנגעקלאַפּט, האָט מען מיך מישט געוואָלט אַריינלאָזן — דערקענט, אַז כ׳בין אַ „זשיקווואַ״… אין מאָרד שוין האָט מיר עפּעס אַן אָרעמער פּויער יאָ געגעבן צו עסן. דאָס שטעטל איז געווען ליידיק, צערויבט, בלוט אויף די שטיינער — קיין איין ייד נישט… כ׳בין אַוועק ווייטער, אַדורך דאָס דאָרף סקאַלימאָווע, וואָס איז אַזוי באַקאַנט געווען אונדזערע לאָשיצער — קיינער האָט מיך אויך דאָ נישט געוואָלט אופנעמען. ארום 8 אין אָוונט בין איך, ווי א געיאָגטער הונט, אַריין אין סקאַלימאֻווער וואַלד, אַן אָרט וואָס דערמאָנט אַזוי אין אונדזערע יוגנט-אויספלוגן… איך האָב זיך אוועקגעלייגט, ווי אַ חיה אופן גראָזן און זיך נאָכאַמאָל גוט אויסגעוויינט. וואָס האָב איך מער געקאָנט טאַן? דאַס האָט מיך אַביסל באַרואיקט, לייכטער געמאַכט און כ׳בין אין דער פינצטער אַוועק ווייטער.
שפּעט ביינאַכט בין איך אָנגעקומען אין דאָרף סוכאָדאָלקי. וואָס איינצושטעלן האָב איך דאָך שוין נישט געהאַט — איך האָב אָנגעקלאַפּט אין דער ערשטער כאַטע, ווו עס איז געווען ליכטיק.
עס האָט מיר געעפנט אַ מיטליאָריקע פּוילישע פרוי. זי האָט אויף מיר געקוקט מיט פאַרדאַכט, דערקענט, אַז איך בין אַ געפּלאָגטע „יידישקע״, אָבער געגעבן מיר צו עסן, נישט פרעגנדיק גאָרנישט, געלאָזט זיך מיר אַרומוואַשן און — געלייגט אין אַ וואַרעם בעט אַריין שלאָפן.
אינדערפרי איז צוגעקומען צו מיר די פּויערטע, אָסטאַפּאָוואַ האָט מען זי גערופן, און מיר איבערגעגעבן די סיבה פון איר גאַסטפריינטלעכקייט. זי האָט צוויי טעכטער, האָט מען גערופן איינע פון זיי זי זאָל זיך צושטעלן אויף צו פאָרן קיין דייטשלאנד אַרבעטן. זי האָט מיך געפרעגט צי איך וויל נישט פאָרן אויפן אָרט פון איר טאָכטער, מיט אירע דאָקומענטן, „דאָ וועסטו זיך דאָך סיי-ווי נישט קאַנען ראַטעווען״… איך בין גלייך איינגעגאַנגען. די פרוי האָט מיר געגעבן פויערישע קליידער, פאַרפּאַקט אַ פּעקל עסן און מלבושים, ווי פאַר אַן אייגן קינד און מיך אַליין אַוועקגעפירט, אַלס מאַמע, אין אַרבעט-אַמט פון די דייטשן אין מאָרד. איך האָב גוט איינגעשטודירט מיין נייעם פּולישן נאָמען, מיין אָפּשטאַם, די נעמען פון די עלטערן, זיידע-באָבע… ביים פאַרשרייבן זענען דאָך געווען שוועריקייטן, האַרץ-קלאַפעניש, אָבער כ׳בין בשלום אַדורך דעם עקזאַמען און אָנגענומען געוואָרן אַלס פעלאַגיאַ לוקאַשוק אויף אַרבעט קיין דייטשלאַנד.
באַלד אין באַן, וואָס האָט מיך, צוזאַמען מיט אַ סך אַנדערע פּוילישע פרויען, געפירט פון מאָרד קיין שעדלעץ — איז געקומען דער ערשטער מכשול. אַ פּויליש דינסט-מיידל פון לאָשיץ, אָלימפּקע, איז אויך געפאָרן מיטן זעלבן עשאַלָן אויף אַרבעט קיין דייטשלאַנד. זי האָט מיך, פאַרשטייט זיך, באַלד דערקענט… עס האָט זיך מיר, אָבער, איינגעגעבן אַרויסצודרייען פון אירע הענט און זי האָט מיך נישט אויסגעגעבן; לאַנג, אָבער, וואָלט מיך, ווילנדיק צי נישט-ווילנדיק, אויב נישט ניכטער איז שיכורעהייט, פאַרשיט. צו מיין גליק האָט די קאַמיסיע אין וואַרשע, דורך וועלכע אַלע קאַנדידאַטינס האָבן נאָך געדאַרפט דורכגיין, די אָלימפּקאַ געפּסלט און כ׳האָב זי פאַרלוירן פון אויג.
איך בין אָנגעקומען קיין דייטשלאָנד אויף אַרבעט אין אַן עראָפּלאַן-פאַבריק. עס איז זיך לייכט פאָרצושטעלן מיין איבעראַשונג, ווען איך בין דעם ערשטן טאָג געקומען צו דער אַרבעט און ביים זעלבן טיש, ווו מען האָט מיך אַוועקגעזעצט, האָב איך געטראָפן אַרבעטן אַ פּויליש מיידל — פון לאָשיץ, קאַסיאַניקווונאַ… איך האָב געמיינט, אַז איך וועל אויפן פּלאַץ חלשן. זי האָט מיך, אַבער, נישט דערקענט, — די איבערלעבונגען פון די לעצטע חדשים, האָבן, ווייזט אויס, געלאָזט שטאַרקע צייכנס אויף מיין פנים, געענדערט עס, געעלטערט דער עיקר. עטלעכע טעג האָב איך געציטערט, ווען זי האָב צו מיר אַ קוק געטאָן — זי האָט מיך פאָרם נישט דערקענט און כ׳האָב זיך באַרואיקט.
צוויי און אַ האַלב יאָר האָב איך געווען אונטער דער דירעקטער געפאַר אַנטדעקט צו ווערן. די געסטאַפּאַ האָט אודז געהיטן און אָפט געפאָרשט, שטאַרק בודק געווען די דאָקומענטן און געבורט-מעטריקעס. אָפט איז מיר פאָרמיאוסט געוואָרן דאָס לעבן אין דער שטענדיקער סכנה, ווען איך האָב דאָך אַלץ אַריבערגעטראָגן. פון צווישן 200 מיידלעך האָט מען מיך אויסגעוויילט, מיט נאָך פינף אַנדערע, און געשיקט אויף אַ פאַרפולקאָמונג-קורס ביי טאָקעריי — די אַרבעט איז געווען אַ שווערע, 12 שעה טעגלעך, ביי ווייניק עסן. איך האָב אָבער אויסגעהאַלטן ביז די ענגלענדער האָבן באַפרייט די געגנט ביי האַמבורג, ווו די פאַבריק האָט זיך געפונען.
•
ווען איך בין, גלייך נאָך דער באַפרייאונג, געקומען אין דער יידישער קהילה אין האַמבורג און געבעטן מיך רעגיסטרירן אַלס יידישע פרוי, — האָט מען מיר נישט „אַריש״ פּנים און געפרעגט מיט וואָס איך קאָן אויפווייזן מיין יידישקייט… מען האָט מיר געגעבן אַ סידור און געהייסן דאַוונען. ווען כ׳האָב מיט טרען אין די אויגן גענומען אויפן קול זאָגן די תפילות, האָבן זיי זיך איבערצייגט…
שפּעטער האָב איך דאָס זעלבע דורכגעלעבט אין בערגען-בעלזען. אין לאַגער האָט מען מיך אויסגעמיטן, געמיינט, אַז איך בין טאַקע אַ פּוילישע, וואָס פאַרשטעלט זיך איצט אַלס יידישקע, כדי צו געניסן פון „דזשאָינט״-הילף…
כ׳האָב זיך געפילט אין גלות צווישן יידן…
מען האָט מיך סוף-כל-סוף אָפּגעשיקט קיין שוועדן, פון וואַנען איך בין געקומען קיין ישראל.